הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

איך בין מוחה!

Go down

איך בין מוחה! Empty איך בין מוחה!

הודעה על ידי פעטער Thu May 21, 2009 9:37 pm

יא איך בין מוחה!

קוק עס נישט אן אזוי אינטערעסאנט, איך בין מוחה, נישט אויף קיין עסקנים, און נישט אויף קיין נגינים, און נישט אויף קיין זינגערס, נישט אויף שבת, נאר אויף אפאר אומפאראנטשליכע אומענטשן, הערטס מיר אויס אביסל מיין מעשה וועט עטס מיר פארשטיין פארוואס איך בין מוחה.

עס רעדט זיך פון א אינגערמאן, לאמיר אים געבן א נאמען, מיר וועלן אים רופן חאצקעל, אינזער חאצקעל קוקט נישט אויס עפעס ספעציעל אינטערעסאנט, ער איז אביסל א פעשער, גראדע אין זיינע אינגע יארן איז ער געווען היפש איינגעהאלטן, אבער זייט זיין חתונה האט ער זיך גענימען וואקסן אויף אלע זייטן, ער איז גאנץ א הויעכער, כעל נישט זאגן הויעך הויעך אבער אביסל העכער פון עווריזדש, אינזער חאצקעל וואונט ערגעץ ווי אין א גרויסע שטאט שוין זינט זיין חתונה.

ויהי היום עס האט זיך געמאכט א שמחה אין די משפחה זיינעם, עס איז אבער געווען אין א צווייטע שטאט ווי ער וואונט, איז ער געפארן צו יענעם שטאט צו די שמחה, חאצקעל האט זייער גוט פארברענגט דארט.

די שמחה האט זיך אבער זייער לאנג פארצויגן דארט, אזוי ווי עס איז שוין געווען זייער שפעט האט ער באשלאסן אז ער בלייבט איבער נעכטיגען די נאכט אין דעם פרעמד שטאט, און ער וועט דעם קומענדיגן טאג אהיים פארן.

דעם נעקסטען אינדערפרי די זייגער קלאפט שוין נאך ניינע, נאך ליגענדיג אין בעט טראכט ער צו זיך, איך האב דאך שוין נישט געדאווענט אין דאס בהמ"ד פון דעם שטאט פאר גאר א לאנגע צייט.

ער רייסט זיך ארויס פון בעט מיט א פרישקייט, טוט זיך אן, מאכט זיך גרייט צו גיין, ער כאפט זיין טלית בייטעל און ער לויפט.

ער שטעלט זיך ווארטן פאר א היטש, נישט צולאנג האט ער געדארפט ווארטן, א קאר שטעלט זיך אפ, ער איז אויך געפארן צום בית המדרש, געגאנען..

אריינקומענדיג אין בהמ"ד טרעפט ער זיך מיט אפאר אלטע חבירים, מען שמועסט אביסל, ביז ער כאפט זיך אז ס'איז שוין טאקע שפעט, ער נעמט זיין טלית בייטעל לייגט עס אריין ביי די ספעציעלע קעסטלעך דערפאר, ער געט א בליק זיכער צו מאכן יא עס ליגט ביי נומבער 13 ווי ער איז געוואונט עס צולייגן.

ער נעמט ארויס אפאר טאללער פון טאש באצאלט פאר די מקוה איד אין ער שפאצירט אריין אין מקוה.

נאכן אפפעניענען אין מקוה הייבט ער זיך ווידער אן יאגן, ער מאכט זיך די פאות און גייט ארויס.

אטע דא קום איך צו צו מיין פונקט פארוואס איך שריי אזוי, און איך ווער אזוי הייזעריג..., ער קומט ארויס פון מקוה ער גייט צו צום קעסטל 13 און ער גרייט זיך צו נעמען זיין תפילין, און גאנישט... נישטא קיין תפילין... עס איז ליידיג... נישטא קיין זכר אז עפעס איז אמאל געווען דארט... נישטא גאנישט, נישטא צו וועם צו רעדן.

און דא בין איך אריינגעקומען אין פיקטשער, איך בין אויך געווען דעמאלטס אין דעם בהמ"ד, און אזוי ווי חאצקעל האט מיר באמערקט קומט ער צו צו מיר מיט א בהלה און וויינט מיט קארעקעדייל טרערן, וואס טוה איך דא? איך בין דא אין א פרעמד שטאט, און איך טרעף נישט מיין תפילין, ווי גייעך? וואס טועך? ווי טרעפט מען עס? דו מיזט מיר קומען העלפן זאגט ער מיר, מיר האבן ביידע צוזאמען אנגעהויבן זיכן, געקוקט דא געקוקט דארט, עס איז אבער נישט געווען צום געפינען.

האב אך אים געבארגט מיינע תפילין, ער איז געגאנגען דאווענען, בשעת דאווענען האט ער פארשטייט זיך נישט געהאט דאס קאפ ביי זיך, ער האט געהאלטן און איין ארום קוקן צו ער זעהט נישט ערגעץ ווי זיינע תיפילן.

ער ענדיגט דאווענען, גייט ער גלייך צירוק אראפ און וואס מיינסטע... פון קעסטל דרייצען שטעקט זיך ארויס א תפילין, ער כאפט דעם תפילין שלעפט עס ארויס און כאפט א בליק אויפן נאמען, און יא סאיז חאצקעל'ס תפילין, יענער האט זיך אפגעדאווענט און עס שיין צירוק געלייגט.

דאס האט שוין פאסירט פאר א פאר וואכן צירוק, איי וואס איך האב איך זיך יעצט דערמאנט דערפון, ווייל די וואך שבת האב איך געהאט דאס זעלבע מעשה, נאר מיט מיין טלית, יענער האט זיך אויסגעשוויצט און אויסגעבלאזן דאס גאנצע דאווענען, בשעת איך האב פארברענגט רוב פינעם דאווענען זיכענדיג מיין טלית, און נאכן דאווענען קומט ער צו גיין מיט די גרעסטע מאס ראיגקייט, געניצט האב איך דאס בהמ"ד טלית, גראדע האבעך געהאט א סימן אויפן טלית עפעס א שטיקל פלעק נעבן די עטרה, אבער ווען איך האב אנגעהויבן זיכן האביך געטראפן צופיל פלעקיגע טליתים...

א טלית קען איך נאך אפשר פארשטיין אז מען קען זיך טועה זיין מיט א צווייטענס, אבער א תפילין...? עס איז דאך געשטאנען מיט ריזיגע אויתית חאצקעל'ס נאמען, איך בארג דיר עס זייער גערן, (כ'הער זאגן) אבער זיי א מענטש.

עניהאו, איך האב געקלערט צו מיר אז סאיז שאד צו לאזן דאס מחאה ביי מיר.

איך בין מוחה!

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

איך בין מוחה! Empty Re: איך בין מוחה!

הודעה על ידי פעטער Thu May 21, 2009 9:38 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה

- Similar topics

 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה