הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

+6
פעדלער
זעקל
חאצקל
אדמין
גרונם
פירות
10 posters

עמוד 2 מתוך 2 Previous  1, 2

Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פירות Thu May 21, 2009 4:39 pm

חלק ד'

יעצט העמיר כאפן א שמועס וועגן פערפארמענס, דאס מיינט ווי גוט ער פירט אויס זיינע תפקידים, איך וועל דא אראפברענגן א טשארט פון א טעסט וואס איינער האט געמאכט, ער האט געמאכט 23 טעסטס ווי לאנג עס נעמט און ווי גוט עס גייט אויף יעדע וונדאוס באזונדער איך וועל עס מסביר זיין בקיצור:

1. ווי לאנג נעמט צו אינסטאלן די אס (אפערעיטינג סיסטעם, און אונזער פאל ווינדאוס)
2. ווי לאנג נעמט באטען (פון ווען די קאמפיוטער צינדט זיך אן ביז ער איז אין וונדאוס גרייט צו ארבעטן)
3. אויסלעשן (פון ווען מען דרוקט די שאט דאון קנעפל)
4. רוקן 100 מעגאבייט פון פיילס פון איין הארד דרייוו צו א אנדערע (אין די זעלבע הארד דרייוו וואלט עס געגאנגן שנעלער, גראדע דזשעיפעג JPG פיילס)
5. רוקן 2.5 גיגאבייט פיילס פון איין הארד דרייוו צו א אנדערע (פארשידענע פיילס צווישן איינס און הונדערט מעגאבייט)
6. רוקן הונדערט מעגאבייט צו א אנדער קאמפיוטער דורך א נעטווארק
7. רוקן 2.5 גיגאבייט דורך א נעטווארק
8. די נעקסטע פיר זענען די זעלבע ווי די פריערדיגע פיר אבער בשעת די קאמפיוטער איז פארנומען צו מאכן א ISO (א בילד) פון א די ווי די (וואס איז זייער א שווערע פראסעס)
9. קוק 8
10. קוק 8
11. קוק 8
12. קאמפרעסן 100 מעגאבייט (מאכן א זיפ פייל נוצנדיג די ווינדאוס בילט-אין פראגרעם)
13. קאמפרעסן 1 גיגאבייט
14. עקסטרעקטן (צוריק עפענען פיילס פון א זיפ פייל אויך נוצנדיג די ווינדאוס פראגרעם) 100 מעגאבייט
15. עקסטרעקטן 1 גיגאבייט
16. אינסטאלן אפיס 2007 אולטימעיט עדישען פון א די ווי די
17. עפענען 10 ווארד פיילס נאר טעקסט
18. עפענען 100 ווארד פיילס מיט טעקסט און בילדער
19. עפענען א פשוטע עקסעל פייל מיט בעסיק אפשענס
20. עפענען א שווערע עקסעל פיילס מיט פארמולעס און טשארטס (ער דארף רעכענן אסאך)
21. ברענען (ארויפלייגן פיילס) אויף א די ווי די נוצנדיג די פראגרעם CDBurnerXP
22. עפענען 10 פי די עף פיילס נאר טעקסט
23. עפענען 100 פי די עף פיילס טעקסט און בילדער

ער האט א סיסטעם פון פאונטס פון 1 ביז 3 1 מיינט די שנעלסטע 3 מיינט די שטאטסטע, עס קומט אויס זייער אינטערסאנט ביי קלענערע פיילס ווי 100 מ"ב האט עקס פי די אויבערהאנט, אבער ביי מער פיילס און גרעסער ווי א גיג אדער 2.5 איז וויסטע שנעלער, עכ"פ רוב טאג מאכט מען קלענערע פיילס ממילא האט עקס פי די אויבערהאנט, ווי אויך ביי עפענען פיילס אויב מען עפענט ווייניגער (וואס רוב מענטשן טוען געווענדליך) אזי עקס פי שנעלער, אבער אויב מען עפענט אסאך איז וויסטע שנעלער, אנצינדן אדער אויסלעשן איז אויך עקס פי שנעלער, ממילא פאר האום יוזער איז וויסטע געווען א דיזעסטער, (קען זיין גרויסע קאמפעניס וואס טוען אסאך אויפאמאל איז אפשר יא וויסטע בעסער דארף מען זיי פרעגן, למעשה די פראצענט ביזנעס יוזערס אזי אויך גרעסער אין עקס פי), ביי עס פי 1 (סערוויס פעק) האבן זיי טאקע אסאך פארבעסערט, אבער ווינדאוס 7 מיט עקס פי איז נאכאלץ סאך שנעלער, דאס מיינט אונזער קעפל ווינדאוס 7 וואס וויסטע וואלט געדארפט זיין, ווייל מייקראסאפט וואלט געדארפט זיכער מאכן אז וויסטע לויפט שנעלער און סמוטער ווי עקס פי, למעשה האבן זיי געטוהן פארקערט מוזן זיי דאס יעצט מסדר זיין.

מיר זענען גרייט צו הערן קאמענטארן און הערות אדער שאלות מיר וועלן גערן ענטפערן.

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 11-12-2008-19-38-28

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 02-01-2009-12-35-16
פירות
פירות
נוטע בגן

מספר הודעות : 72
מעלות : 101
אנזעהן ביים ציבור : 15
מיקום : וואקסט אינעם גארטן...

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פעדלער Fri May 22, 2009 10:36 am

ווי קען מען נאך האבן פראגעס נאך אזא שיעור, אראפ געלייגט מיט א געוואלדיגע קלארקייט, איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון.

קיפ איט אפ!

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי אדמין Fri May 22, 2009 3:28 pm

און יעצט וואס איז בעסער ווינדויס 7 פון עקס פי ווייל ווי איך פארשטיי פון דיין הערליכע אנאליז מאכן זיי אז ווינדויס זעווען זאל זיין כמו עקס פי?

מיר שלינגן מיט דורש דיין הערליכע פארזעצונג


צו ליינען פירות'לס פארזעצונג און איין אטעם
קוקט אין פירות'ס בלאג

פירות'ס בלאג

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי מרדכי Sun May 24, 2009 1:48 am

פירות, שכויח פאר דיין שיינע שיעור,
קיפ איט אפ!

איך האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך אויפ'ן טשארט
ביי פארשידענע זאכן ארבעט עקס פי בעסעק ווי וויסטא ווען מען עפענט אדער מען טרענספערט ווייניג פיילס
און ווען מען עפענט אדער טרענספערט אסאך פון די זעלבע פיילס ארבעט וויסטא בעסער,
איינער פארשטייט פשט פון דעם??

מרדכי
מטייל בגן

מספר הודעות : 10
מעלות : 11
אנזעהן ביים ציבור : 1

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פירות Sun May 24, 2009 6:18 am

מרדכי שכוח פאר די קאמפלימענט איך האב געשריבן דערוועגן

אדמין קודם כל יישר כח און ווינדראוס 7 גייט זיין שנעלער און חוץ פון אלע נייע פיטשיווקעס וואס עס גייט האבן די זאכן וואס וויסטע אט געהאט די שיינקייט וכו'

פעדלער שכוח פאר די קאמפלימענט
פירות
פירות
נוטע בגן

מספר הודעות : 72
מעלות : 101
אנזעהן ביים ציבור : 15
מיקום : וואקסט אינעם גארטן...

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי מרדכי Sun May 24, 2009 12:30 pm

יא ריכטיג, יעצט באמערקט.

יישר כח, נאכאמאל.

מרדכי
מטייל בגן

מספר הודעות : 10
מעלות : 11
אנזעהן ביים ציבור : 1

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פעדלער Mon May 25, 2009 11:25 am

חלק ה' פונעם שיעור ליגט נאך ביים דריקער, בקרוב גייט אנקומען די שיף.

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי חאצקל Mon May 25, 2009 11:44 am

מיר ווארטן

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי קושטא Mon May 25, 2009 1:50 pm

ברוך השם מען זעהט פירות פון דיין ארבעט איך ווער מיר א גאנצער ווייסער.

לטובתי לייג ארויס נאך טעכנעלאגישע ידיעות וואס פילן אן דיין מוח'ל און מיר וועלן ווערן קליג איבערנאכט(?)...

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פעדלער Thu May 28, 2009 11:23 am

פירות פירות, וואס גייט פאר?! וואס איז געשעהן מיט די שיינע שיעורים?

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי אדמין Thu May 28, 2009 11:28 am

זעהט אויס ער האט שוין געענדיגט די סעריע, און ער גרייט זיך יעצט צו דו צווייטע אין די רייע.

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה על ידי פירות Thu Jun 04, 2009 10:34 am

דעיע שיעור אזי מער ווייניגער פארטיג

איך וועל ענפערן אויף שאלות

בקרוב אי"ה וועט מען געבן א נייע שיעור
פירות
פירות
נוטע בגן

מספר הודעות : 72
מעלות : 101
אנזעהן ביים ציבור : 15
מיקום : וואקסט אינעם גארטן...

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין. - Page 2 Empty איז ווינדאוס סעווען א פארגלייך צו ווינדאוס עקס פי?

הודעה על ידי משה ברוך Fri Jun 05, 2009 12:00 am

איך האב מיך פונקט יעצט אנגעשטאלפערט אין א אינטערעסאנטער און ענליכער ארטיקל, פון די באקאנטע פראגרעמער די-פעקט, מענין לענין באותו ענין וועל איך עס צוברענגן.

קלאנגען קורסירן אז 'ווינדאוס סעווען' קומט ארויס נאך די יאר סוף זומער, אין ווייניגער ווי א חודש "דאס הייסט אינמיטן יאנואר" קומט שוין ארויס די אפישעל פרייוועט בעטא פון 'ווינדא'ס סעווען' (א פרייוועט בעטא הייסט אז נאר א קליינע צאל אויסדערוועלטע(?) יוזערס וועלן האבן צוטריט דערצו, מייקראסאפט פרובירט נאכצומאכן דעם קאמפעטישן און זיין מער באהאלטן מיט דעם ווערזשען ווי מיט די פריערדיגע ווערזשען'ס)

איר פרעגט אוודאי מיט וואס וועט עס זיין בעסער ווי וויסטע? (ווער זאגט ס'גייט בכלל זיין בעסער?) איז קודם לאמיר זעהן מיט וואס דארף עס נישט זיין בעסער ווי וויסטע? דעס איז קלאר אז די עיקר 'אינפרעאסטרוקטשור' פונעם אפערעטיג סיסטעם דארף נישט קיין גרויסע טויש ווייל דאס איז כידוע נישט די פראבלעם מיט וויסטע, די 'בעהיינד די סינס' אין וויסטע ארבייט טויזענט מאל בעסער ווי עקס פי(!!!) און וואס ס'איז נישט צובראכן דארף מען נישט פיקסן.

נאר וואס יא? לאמיר זעהן די עיקר פראבלעמען אין וויסטע.

די עיקר פראבלעם אין וויסטע איז געווען די 'יוזער אינטערפעיס', רוב פראגראמערס ווייסן זיכער צו מאכן אז זייער פראגראם זאל ארבייטן גוט און פוקטליך, אבער פארגעסן צו מאכן זייער פראגראם גרינג און באקוועם צו נוצן, און דער אמת איז אז פונקט אזוי ווי דער רבש"ע האט געמאכט ביי א פרי, אז אויסער דעם וואס זי איז טוֹב לְמַאֲכָל זאל עס אויך זיין וְכִי תַאֲוָה הוּא לָעֵינַיִם די זעלבע דארף זיין להבדיל א פראגראם, אויסער וואס זי איז גוט און פונקטליך, דארף זי זיין גרינג און באקוועם צו נוצן, ובלשוננו 'יוזער פרענדלי', אבער מייקראסאפט האט א אלטע נארישע געוואוינהייט ארויסצוקומען קודם מיט א אומגעצייטיגטע פרי, און ווען דער עולם שרייט געוואלד מאכן זיי א צווייטע פראבע מיט א צווייטען נאמען, און די צווייטע מאל האפענטליך געלונגט עס יא,

איז לאמיר זעהן:

ערשטענס: אין וויסטע איז דא א געוואלד מיט זאכן וואס באלעסטיגן און רודפ'ן דעם יוזער על לא דבר, למשל: אין וויסטע איז דא אזאך וואס הייסט 'יוזער אקאונט קאנטראל' וואס האלט אין איין ווארענען דעם יוזער ער זאל וויסן וואס פראגרעם'ס טוען אין די בעגראונד, וואס כאטש באמת איז דאס זייער א וויכטיגע זאך, ווייל ווינדאוס עקס פי איז געווען צו 'וואנערעבל' און האט געלאזט פראגרעמ'ס וואס זענען שוין אינסטאלד, זאלן אין די בעגראונד אליינס אינסטאלן אנדערע פראגרעמ'ס כאדם העוסק בתוך שלו, און מענטשן מיט שלעכטע מאטיוון האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט שלעכט צו טאן, און מ'רעדט נישט דא פון קיין היכי תמצא'ס מ'רעדט פון פאקטן וואס איז מעשים בכל יום (נישט אייביג איז עס א וויירוס ממש אמאל איז עס סתם אן אינוועיזשאן אוו פרייוועסי).

נו אז מ'האט קער גענומען פונעם פראבלעם איז דאך גוט? ניין! די פראבלעם אין וויסטע איז געווען די 'אימפלעמענטעישאן' דאס מיינט די אופן ווי אזוי מייקראסאפט האט עס געמאכט למעשה, דער פאקט איז אז וויסטע האלט אין איין באגן און נודזשען ממש ווי א פליג, און אפילו ווען ס'איז ממש גארנישט קיין ריסק, האלט עס אין איין מוטשען אז מען ווערט נערוועז, מ'ווייסט שוין נישט ווען ס'איז אמת'ע סעקיורעטי אישו, און ווען סתם געוויסטעט א קאפ (און אויסלעשן דעי סעקויריטי אינגאנצן איז אוודאי נישט שייך).

א צווייטע פראבלעם אין וויסטע: אז וויסטע לאזט סיי וועלכע פראגרעם זאלזיך אריינלייגן אין סטארטאפ אז דער פראגראם לאודען אוטאמאטיש יעדע מאלווען די קאמפיוטער צינדט זיך אן (אן קיין גרינגע וועג דאס צו מענעדשען).

א דריטע און ענליכע פראבלעם: אז וויסטע לאזט סיי וועלכע פראגרעם זאל זיך לייגן אזאלכעאייקאנס אינעם סיסטעם טרעי וואס אויסער דעם וואס ס'מאכט א אומארדענונג אוןא צומישענש אין דעם סיסטעם טרעי נעמט עס אויך אויף אסאך ריסורסעס, אוןבכלל זענען דא אסאך פראגרעמ'ס וואס צינדן אן אזעלכע 'סיסטעם טרעי פראגרעםסאב'ס' וואס פעלט נישט אויס פארן עצם פראגרעם צו ראנען נאר זענען בעיקרגעמאכט סתם צו ליגן אין די אויגן, אמת א מומחה האט זיך ביז היינט אויךגעקענט א עצה געבן ווי נישט ווי, אבער סאיז נישט געווען גרינג ס'האטגעקאסט צייט און מח, און אז מ'האט נישט אכטונג געגעבן האט מען זיךגעטראפען מיט א שטאטע קאמפיואטער אין נאו טיים.

און אזוי איז אויך דא אסאך אנדערע ענליכע שוועריגקייטן וואס מאכן שווער דאס לעבן פאר א וויסטע יוזער מיט זיין אומפריינטליכע באנעמונג.

דא קומט 'ווינדאוס סעווען' אריין אין פיקטשער: מייקראסאפט פרובירט דאס צו מתקן זיין און פארשפרעכט אז 'ווינדאוס סעווען' וועט זיין פיל מער 'יוזער פרענדלי'

למשל: אנשטאט די וויסטע 'יוזער אקאונט קאנטראל' וועט עס זיין מער ווי א 'יוזער סענסעטיוועטי קאנטראל' עס וועס זיין פארשידענע לעוועל'ס פון סעקיורעטי מ'וועט קענען אליינס אויסקלויבן "וואס ווען ווי און וויפיל" סעקיורעטי מען וויל יא אדער נישט, ווען מ'וויל ווערן נאטיפייד פון אזא סעקיורעטי בריטש און ווען נישט.

ווי אויך: האט מייקראסאפט אריינגעלייגט זייער אגרינגע יוזער פרענדלי וועג צו קאנטראלען די 'סטארטאפ פראגרעם'ס' נאך גרינגער ווי אין עקס פי

ווי אויך: האט מייקראסאפט מוסיף געווען און אריינגעלייגט זייער אגרינגע וועג צו קאנטראלען די 'סיסטעם טרעי פראגרעםסאב'ס' וואס וועט זיין לויט אנאליסן 'לייק עי פיס אוו קעיק'

א צוגלייך צו די אפגרעיד פון ווינדאוס 2000 צו ווינדאוס עקס פי

ווינדאוס 2000 איז געווען 100 מאל בעסער ווי ווינדאוס 98 אבער ווער עס געדענקט האבן מענטשן זיך נישט געוואלט שיידן פון זייער באליבטער ווינדאוס 98 ווייל ווינדאוס 2000 איז געווען פיל מיט צומישעניש און שוועריקייטן, עד שבא הכתוב השלישי ווינדאוס עקס פי - וואס איז געווען סיי גוט און סיי יוזער פרענדלי, איך קען נאר האפן איין זאך אז היסטאריע חזר'ט זיך איבער!!!

גענומען פון אידיש טעק

איז ווינדאוס סעווען א פארגלייך צו ווינדאוס עקס פי?


משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

עמוד 2 מתוך 2 Previous  1, 2

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה