הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

אונזער ר' יאסעל'ס חלום

Go down

אונזער ר' יאסעל'ס חלום Empty אונזער ר' יאסעל'ס חלום

הודעה על ידי פעטער Thu Jun 11, 2009 8:41 am

יוס'ל איז שוין א איד אין די יאהרן, א בא בימים'ניק. די עטליכע טעכטער אשר חנן אלקים את עבדך, די פאר בתולות, די פארשקלאפטע האט ער שוין א שטיק צייט צוריק אפגע'פטר'ט ווייניגער ווי א כזית, און געבליבן איז אים נאר אויסצולעבן זיינע עטליכע באשיידענע יאהרן עלי אדמות, אויפן ערדענעם טעפיך, מיט רואיגקייט אנע שטערן - אזויווי אין פסוק שטייט בנאות דשא ירביצני - שלאגן זאל ער מיר מיט שיינע פאשע, און טאקע על מי מנוחות ינהלני - זאל ער אויף די וואסערן באלעבאטעווען. גייט ער טאקע אזוי אינדערפרי געמיטלעך אלע טאג אין שול אריין, מיט געמאסטענע טריט וועלכע וואלטן נישט פארשעמט סיי וועלכן גראף אינדערהיים, און ברימט זיך אונטער א ליד אן אלטן צייגנדיג און דאנקענדיג דער פון אויבן על כלהחסד אשר עשית, און וואס ואשר אתה עתיד לעשות.

יענעם אינדערפרי איז קענטליך געווען דער טויש אין זיין געווענליכע רוטין. אויפשטייענדיג, האט באלד זיין אשת חיל גאלדע געמערקט אז פניו זועפים, די מינע זיינע האט זיך גאר געטוישט פון נעכטן און שלשום. אין לויף פון די יאהרן אין וועלכע זענען געווען ביינזאם, האט זי שוין געוואוסט אז צו פרעגן גראב און אפען מה חרי האף הגדול הזה - פארוואס קרומט דיר דיין גרויסע נאניע, וועט קיין צופרידנשטעלנדער אנטווארט נישט בראכן. אלזא, האט זי טאקע נישט געפרעגט, און קיין ענטפער האט זי ווי פארשטייט זיך נישט באקומען. זי האט אים צוגעשטעלט די קאווע אזוי ווי אלע טאג, און ער פון זיין זייט האט דאס פארשלינגען מיט פולסטען געלאסענקייט וועלכע ער האט זיך געקענט ערלויבן.

קומענדיג אין שול האט אונזער ר' יוסעל אנגעהויבן צו זוכן די עקן פונעם פאדעם וועלכע וועט אים קענען פארענטפערן זיינע פלאגענדיגע געדאנקען, און ברענגען צו זיינע שלעכטע מחשבות אן אייביגע רוה. די ערשטע זאך אויף זיין אגענדע איז געווען צו טרעפן דעם דיין און אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא סיטואציע. צו דארף ער פותר חלום זיין, אדער נישט. מה יאמרו הבריות איז נישט קיין דיפלאמאטישער קינדער שפיל, נאר ס'דאך עפעס א מאמר חז"ל. ס'טייטש, מ'עט זאגן אז ר' יאסעל איז שוין נישט אזוי דער וואס אמאל. ער חלומ'ט זיך שוין ווילד פרעמדע טרוימן, און די מלאך המות דרייט זיך שוין ביי אים אונטער די וויידל.

ר' יאסער שפאצירט זיך ארויף און אראפ דעם קארידאר פון שול, און שעלט דעם מלא כל הארץ, די גאנצע וועלט איז אים מיטאמאל שווארץ און פינסטער. ער קען זיך נישט גלייבן וואס איין נישטיגע חלומ'ל האט פון אים געמאכט. ר' יאסעל איז נישט קיין עם הארץ, ער ווייסט גאנץ גוט פון דעם אז חלומות שוא ידברו, אבער עם כל זה איז דאס דאס ערשטע מאל וואס א בייזוויליגער חלום האט זיך צו אים אנטפלעקט באישון לילה. ער שטייט אומגעדולדיג און ווארט אויפן דייען. "אויך מיר א וועלט דאס היינט" זאגט ער ווי אן איבערגעקלערטער באזעסענער אלטיטשקע, "דייאנים זענען היינט די אינגעלייט'לעך", זיפצט ער ווי א פראש, "און איך ברויך דא שטיין און ווארטן אז אונזער דייען זאל זיך ערוועקן פון זיין זיסען חלום". איי, ווען דער דייען העט ווען געהאט אזא חלום ווי איך וואלט ער דאך שוין פון לאנג דא געווען.

די צייט גייט פארביי, און עס איז שוין ענדליך זעקס אזייגער פארטאגס. ר' יאסעל איז נאך אין מקוה נישט געווען, וויבאלד ער ווייסט דאך נישט צו מען גייט אין מקוה פארן הטבת חלום צו גאר אפשר דערנאך. ווי אויך איז זיין קאפ בל עמו, ער קען זיך נישט אזוי איצט קאנצעטרירן אויף די פוס זיינע, מילא איז א מקוה כלל נישט אין פלאץ.

די טיר עפנט זיך, און א קאלטע וואלקן פארנעמט דעם הדיוט קופץ בראש פאזיציע, ווען ערשט דערנאך דערזעהט זיך אונזער דייען במלוא הדרו ווען עס שיינט אים די רישומא דקדושתא פונעם קישען אשר שם מראשותיו. אונזער ר' יאסעל לויפט צו צונ'אים מיט איין בהלה, און ער שלעפט אים א זייט, צייגענדיג מיט די האנט אז דא רעדט זיך פון גאר אן ערנסטער ענין וועלכע קען נישט נעמען קיין שום אפשטופעניש. דער דייען שמייכלט זיך אונטער ביי זיך אין הארץ, אשרינו שזכינו, אז די חשוב'ע בעלי בתים פון שול דארפן אנקומען צו מיר, און שושקען זיך מיט מיר די גרעסטע סודות וועלכע זיי זענען קיינעם נישט מגלה. ר' יאסל לאזט זיך נישט בעטן, און פאנגט אן זיין מגילה מיט אלע דעטאלן. דער דייען אויסהערנדיג די שאלה, האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן, און האט אנגעשטעלט אן ערנסטען מינע, כאילו ס'רעדזיך מי יודע מה. ר' יאסעל פלאצט אויס אין א געוויין, ווי א קליין קינד, און דער דייען ווערט פארלוירן. "איהר ווייסט נישט ר' יאסעל אז חלומות שוא ידברו?" שרייט ער אים אן א שטייגער ווי ער וואלט געווען רבו שלמדו תורה. ר' יאסעל כליפעט אויפן קול, און עס ווערט נאר וואסאמאל שטערקער און קלארער. ער זעהט אז דער דייען נעמט עס נישט אויף מיטן ערנסטקייט וועלכע אזא נושא פארדינט. ר' יאסעל חזר'ט איבער דעם חלום, מיט אלע דעטאלן. "יא, מיין גאלדע ווערט אויפגעגעסן פון א בער, ווען אינדערזייט שטייען צוויי אנדערע בערן וועלכע האבן געשיינט צו זיין די טאטע-מאמע פון דעם דוב רוצח, און קוקען זיך צו מיט אזא קאלטבלוטיגקייט", יאמערט אונזער ר' יאסעל, נישט נעמנדיג אין אכט אז א היבשע פאר פון די מתפללים האבן זיך פארזאמלט ארום אים פארמירנדיג א קופקע.

אינמיטן איז איינע פון די מתפללים איינגעפאלן א סברה, אן אופן וויאזוי די סוגיא איינצוזעצן. עס זעהט טאקע אויס אביסל מאדנע, אבער אפשר האט די דייען פארגעסן א פארשטופטער קצות הנחושת. ער שפרינגט אויף און ער רוימט דעם דייען אין אויער אריין זיין בליציגער איינפאל. דעם דייענ'ס אויגן לייכטן אויף, ווען אין הארץ שפירט ער זיך אומרואיג אז ער פארזעהן א פשוט'ער זאך. "בשעת דעם מעשה רצח האסטו געזעהן א טיש?" פרעגט ער ר' יאסל'ען. "יא, יא" ענטפערט ער פייערדיגערהייט, נישט גלייבנדיג דעם אפענעם רוח הקאקאש פונעם יונגען דייען. "איז אויפן טיש געלעגען עפעס, צו איז עס ליידיג געווען?" לאזט דער דייען נישט נאך. "איך דענק אפאר טעלערס אויפן טיש, וועלכע זענען געווען אנגעפילט מיטן עפעס א ברוינע געמישעכץ" קראצט ר' יאסעל דעם שטערן. "מיט ברוינעם קאשע גריץ, הא?" איזדיעקעוועט זיך דער דייען אויף דעם פעטען ביינדל ר' יאסעל. "כ'גלייב'ס'נישט" שרייט ר' יאסעל מיט נישט זיינעם קול, "פונקט אזוי האט עס פאסירט".

דער דייען, נישט ווארטנדיג, גייט צו צום שאפע, און נעמט ארויס דעם קצות הנחושת, און ווייזט אן ר' יאסל, מעשה תלמיד חכם, ווי עס ווערט אראפגעברענגט א תשובה וועלכע רעדט ארום די נושא.

מיר וועלן דא נישט אראפברענגען די גאנצע תשובה, ווייל ווי באוואוסט פון פריערדיגע גדולים, איז אין כאן המקום להאריך, אבער מיר וועלן דאך יא אראפברענגען די מראה מקום ווי יעדער קען פאר זיך נאכקוקען די תשובה וועלכע ווארפט ליכט אויף די גאנצע געשיכטע.

תשובת קצות הנחושת ח' יו"ד מהדורת תניינא, עמוד רלב' טור ג'. קטע המתחיל "מעשה באשה ושמה גאלדע לאקס, ושלושת הדובים" עיי"ש.

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

אונזער ר' יאסעל'ס חלום Empty Re: אונזער ר' יאסעל'ס חלום

הודעה על ידי פעטער Thu Jun 11, 2009 8:42 am

פאר קאמערטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה