הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/

Join the forum, it's quick and easy

האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

א סדר אין כולל

Go down

א סדר אין כולל Empty א סדר אין כולל

הודעה על ידי פעטער Wed Jun 10, 2009 10:17 pm

מיט א צייט צוריק האב איך זיך באגעגענט מיט מיינס א קרוב וועלכער זיצט נאך ביני עמודי דגירסא אין כולל... איך פרעג אים אויס וויאזוי ס'גייט דארט? זאגט ער מיט א האלבער שמייכל, מ'קען עס נישט אראפלייגן על רגל אחת, דו מוזט אליין אראפקומען אין כולל מיטהאלטן א סדר... א סדר פרעג איך מיט וואונדער? יא! מ'פראוועט יעדן טאג א סדר... מ'זיצט אנגעלאנט, און מ'טרינקט 4 כוסות קאווע, מוזט עס זעהן מיט דיינע אייגענע אויגן! נו גוט, איך וועל פרובירן אין די נאנטע טעג אפצושטאטן א שטיקל באזוך.

למעשה איז מיר נישט אויסגעקומען אראפצוגיין פערזענליך, האב איך אראפגעשיקט עמעצן, וועלכער האט איבערגעגעבן א פולן באריכט ספעציעל פאר 'הפרדס':

* * *

קדש
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.

ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים

כרפס
מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר'ן די לערנען.

יחץ
מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.

מגיד
מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.

רחצה
מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוציא
מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.

מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער, ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.

מרור
מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.

כורך
מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.

שלחן עורך
מ'ריקט אריין דעם סענדוויטש, מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל גיין

צפון
מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.

ברך
מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.

הלל
מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.

נרצה
מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל הארעוועט אין לערנען.

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

א סדר אין כולל Empty Re: א סדר אין כולל

הודעה על ידי פעטער Wed Jun 10, 2009 10:18 pm

פאר קאמערטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה

- Similar topics

Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה